“וואו איר זאלט נישט זיין – זענט איר דער בעל הבית”

Print Friendly, PDF & Email

1.

הרב משה צבי נריה ז”ל דערציילט אין זיין בוך “שיחות הראי”ה” וועגן א באזוך פון הרב קוק זצ”ל ביי רבי מאיר שמחה הכהן זצ”ל פון דווינסק, דעם “אור שמח”. ווען הרב קוק איז אריינגעקומען אין זיין שטוב, איז רבי מאיר שמחה געווען שטארק פארטראכט אין א שווערער סוגיא, רבי מאיר שמחה האט זיך ארומגעכאפט מיט זיין גאסט און האט אים באלד אריינגעצויגן אין דעם ענין אין וועלכן ער האט עוסק געווען. ער האט פארגעלייגט פאר הרב קוק זיינע ספקות און סברות. אין א וויילע ארום ווען ביידע זיינען נאך געשטאנען און זיך מפלפל געווען אין דער סוגיא, האט זיך רבי מאיר שמחה פלוצים געכאפט אז ער האט זיין גאסט וואס האט זיך געפונען אין זיין שטוב שוין א שטיקעל צייט – נישט געבעטן זיצן.

כדי צו מפייס זיין דעם גאסט האט רבי מאיר שמחה פלוצים געכאפט אז ער האט זיין גאסט וואס האט זיך געפונען אין זיין שטוב שוין א שטיקעל צייט – נישט געבעטן זיצן.

כדי צו מפייס זיין דעם גאסט האט רבי מאיר שמחה דערציילט הרב קוק א מעשה וואס האט געטראפן מיט רבי אלעזר לנדא, דער “יד המלך”, א אייניקל פון “נודע ביהודה”, וואס איז געווען רב אין בראד, ווען דער “יד המלך” האט באזוכט ווין, איז ער געגאנגען אין דער קעניגלעכער ביבליאטעק מעיין צו זיין אין אלטע ספרים. פונקט דעמאלט איז אנגעקומען אין ביבליאטעק דער קייסער פראנץ, אנגעטאן אין ציווילע קליידער (לויט הרב נריה איז דער קייסער געווען פראנץ יאזעץ, אבער דאס איז זיכער א דרוק פעלער. ווען דער יד המלך איז געווען רב אין בראד, איז פראנץ יאזעף נאך נישט געווען קייסער). ווען דער קייסער האט דערזען דעם רב איז ער געווען זייער טשיקאווע צו וויסן וואס ער טוט אין ביבליאטעק. ער איז צוגעגאנגען צו אים און האט פארפירט מיט אים א שמועס. ווען ער האט געהערט אז דער מענטש מיט וועמען ער רעדט, איז דער רב פון בראד, האט ער אים געזאגט אז ווען ער וועט זיין אין דער דאזיקער שטאט וועט ער אים קומען זען אין זיין שטוב. דער רב איז געווען אזוי פארטאן אין די ספרים, אז ער האט בכלל נישט געפראגט דעם מאן וועגן זיין נאמען. שפעטער איז ער געוואויר געווארן אז ער האט געהאט דעם כבוד צו רעדן מיט דעם קייסער בכבודו ובעצמו.

א צייט שפעטער האט דער קייסער באזוכט עטלעכע שטעט אין גאליציע. ער איז אויך געקומען קיין בראד. ער האט נישט פארגעסן דעם רב און איז טאקע געגאנגען אים זען. דאס איז געווען א פריוואטער באזוך. מען האט דאס נישט מפרסם געווען ברבים, נאר א קורצע צייט פאר דעם וויזיט האט מען מודיע געווען דעם רב און זיין פאמיליע אז דער קייסער קומט צו זיי מיט א פאר באגלייטער.

ווען דער קייסער איז אנגעקומען האט דער רב – וואס איז געווען שטארק צערודערט פון דעם כמעט פלוצימדיקן באזוך – אויפגענומען דעם קייסער מיט דער ברכה וואס מען זאגט ווען מען זעט א גויאישן מלך. דער קייסער האט געבעטן דעם רב אים מסביר זיין דעם מיין פון דער ברכה. דער רב האט אזוי געטאן. ער האט אבער א ביסל מאריך געווען, בשעת דער קייסער איז געשטאנען אויף די פיס.

ווען דער רב האט געענדיקט, האט דער קייסער צו אים געזאגט: איך פאראינטערעסיר זיך אין די מנהגים און פירעכצען פון די פארשידענע פעלקער און איך דערלויב מיר אייך צו פרעגן: איז דער מנהג בעטן א גאסט זיך אוועקזעצן, נישט אנגענומען ביי אידך?

דער רב איז געווען איבערראשט, אבער ער האט זיך נישט פארלוירן.

“מיר אידן האבן א הלכה אין דער גמרא וואס זאגט: המלך פורץ לעשות לו דרך. א מלך אויב ער דארף מאכן פאר זיך א וועג, האט ער דאס רעכט צו צעברעכן צוימען און מויערן און פארען דורך פעלדער פון אנדערע”, האט דער רב געענטפערט”. פארוואס? ווייל דאס גאנצע פארמעגן פון די דירגער דארף דינען די באדערפענישן פון מלכות. איבער דעם, ווען א בירגער איז זוכה אז דער קייסער קומט צו אים אין שטוב, אין דער דאזיקער שעה איז דער קייסער דער בעל הבית פון דער שטוב און דער בירגער האט קיין רעכט נישט בעטן דעם קייסער זיך אוועקזעצן. אדרבה, דער בירגער דארף ווארטן פאר דער דערלויבעניש פון קייסער זיך אוועקזעצן אין זיין קעגנווארט.”

אחוץ דערציילן די שיינע, פאסיקע מעשה, האט רבי מאיר שמחה אפשר אויך געוואלט מרמז זיין הרב קוק’ן אז ער איז ביי אים א סך חשוב’ער ווי א גאסט. ער באטראכט אים ווי א מענטש וואס קאן טון אין זיין – רבי מאיר שמחה’ס – הויז וואס ער וויל און דארף נישט ווארטן מען זאל אים בעטן זיצן.

2.

וועלן מיר נאך צוגעבן צו דער מעשה מיט דעם “יד המלך”, אז מען דערציילט דאס זעלביקע אויך פון צוויי אנדערע גדולי ישראל.

מרדכי ליפסאן שרייבט אין זיין “מדור דור” אז אמאל איז געקומען צום “נודע ביהודה” א גרויסער פרינץ. דער “נודע ביהודה” האט זיך אויפגעשטעלט אים אויפצונעמען און ביידע האבן געשמועסט שטייענדיקערהייט. אין געשפרעך האט דער פרינץ באמערקט צום רב: “איר זענט דאך דער בעל הבית, האט איר מיר געדארפט בעטן זיצן!” האט דער “נודע ביהודה” געענטפערט: “טטיערער פרינץ! וואו איר זאלט זיך נישט געפינען זענט איר דער בעל הבית!”

 אין זיין “שרי המאה” דערציילט הרב י.ל. מיימון דאס אייגענע פון דעם גאון רבי יהושע צייטליס פון שקלאוו, וועלכער איז געווען פון די מקורבים פון ווילנער גאון און האט געפירט גרויסע געשעפטן אלס ליפעראנט פון דער רוסישער ארמיי. איין מאל איז געקומען צו אים גראף פאטיאמקין, דער קאמאנדירפון דער רוסישער ארמיי, זיך באראטן מיט אים בנוגע דער פערזארגונג פון ער ארמיי. רבי יהושע איז אויפגעשטאנען און אויפגענומען זיין גאסט. שטייענדיק האבן זיי ארומגערעדט פארשידענע פראבלעמען. פלוצים רייסט פאטיאמקין איבער זייער פריינטלעכע דיסקוסיע און זאגט: “א האלבע שעה שוין וואס איך שטיי אויף די פיס, און דו, וואס ביסט דער בעל הבית, ווייזט נישט ארויס קיין דרך ארץ מיר בעטן זיצן”.

“גראף פאטיאמקין”, האט אויסגערופן רבי יהושע. “דער קאמאנדיר פון דער רוסישער ארמיי, וואו ער קומט – איז ער דער בעל הבית. ער און נישט קיין אנדערער!”

אלגעמיינער זשורנאל

July 25, 1997