צבי קאליץ האט געשריבן וועגן דעם יובאוויטשער רבי’ן און ושאק ליפשיץ. ער האט נישט פערזענליך געקענט דעם בארימטן סקולפטאר, און וואס ער דערציילט פון אים האט ער געהערט פון ליפשיץ’ס א גוטן פריינד. איבער דעם איז נישט קיין וואונדער אז נישט אלץ וואס ער שרייבט איז אין גאנצן ריכטיג.
ליפשיץ האט מיר אליין דערציילט וועגן זיינע באציאונגען מיט דעם ליובאוויטשער רבי’ן זצ”ל און איך וויל דאס איבערגעבן.
א.
ראשית כל א פאר ווערטער ווי איך האב מיך באקענט מיט זשאק ליפשיץ. מיט פינף און דרייסיק יאר צוריק האט א ניו-יארקער צייטונג געמאלדן אז מען האט געהאט אויסגעקליבן ליפשיץ צו שאפן די “מעדאליע פון פרעזידענט” אויף וועלכער איז אויסגעקריצט דאס פנים פון פרעזידענט, לינדאן ב. דזשאנסאן איז דעמאלט געווען פרעזידענט.
ליפשיץ איז געקומען קיין וואשינגטאן. ס’איז געווען א מיטוואך, פרעזידענט דזשאנסאן האט געדארפט “זיצן פאר אים”, אבער דער פרעזידענט איז געווען באשעפטיקט. נאר פרייטיק איז ער געווארן פריי. ער איז “געזעסן” פאר ליפשיץ, אבער נאר פאר א קורצער צייט, ווייל ער האט באדארפט אויפנעמען א חשובן גאסט. דעם זעלבן טאג איז ער נאך אמאל “געזעסן” פאר ליפשיץ, אבער ווידער נאר פאר א קורצער צייט. דער פרעזידענט האט געפילט אז ער האט נישט געגעבן ליפשית’ן גענוג צייט אים צו צייכענען, האט ער אים געבעטן קומען דעם קומענדיקן טאג.
“מארגן איז שבת און איך ארבעט נישט אין שבת”, האט ליפשיץ געזאגט צו פרעזידענט דזשאנסאן.
ווען איך האט דאס געלייענט אין צייטונג, האט איך געזאגט צו מיין פרוי חנה רחל תחי’ אז מען דארף זיך באקענען מיט ליפשיץ, וואס איז פון די גרעסטע קינסטלער אין דער וועלט און ער איז א שומר שבת!
ב.
אין עטליכע טעג ארום זיינען מיר געפארן קיין “העסטינגס אן דע האדסון” זיך זען מיט ליפשיץ אין זיין ריזיקער סטודיא. אין אונזער שמועס מיט אים איז אונז באלד קלאר געווארן אז ער איז א מענטש מיט טיפע רעליגיעזע געפילן און אז מיט עטליכע יאר פריער איז ער געווארן א שומר תורה און מצוות.
ווען איך האב אים געפרעגט וואס האט אים געברענגט דערצו, האבן זיינע בלויע אויגן זיך אנגעפילט מיט טרערן. “מען פרעגט נישט אזעלכע פראגעס”, האט ער מיר געענטפערט און מיר געגעבן א פריינטליכן קלאפ אויף דער פלייצע.
איך האב אים נישט אפגעלאזט און ער האט אנגעהויבן דערציילן. דער גרויסער אומגליק וואס האט באפאלן אונזערע ברידער אין אייראפע האט אים באוואויגען אריין קלערן אין דעם וועג פון זיין לעבן, אבער בעיקר איז עם געווען א פערזענליכע איבערלעבעניש וואס האט אים צוריק געפירט צו תורה און מצוות.
“אז מען שלאגט, שרייט מען טאטע! טאטע!”, האט ער געזאגט אין אידיש.
“מיט זעקס יאר צוריק בין איך געווען שטארק קראנק”, האט ער דערציילט. “איך האט געליטן פון א קאנסער אין בויך. מען האט מיר אפערירט, אבער די דאקטוירים האבן דערקלערט אז ס’איז נישט פאראן קיין האפענונג מיר דערהאלטן ביים לעבן.”
ליפשיץ’ס פרוי וואס האט געשטאמט פון א באקאנטער פרומער אידישער משפחה פון בערלין איז געלאפן צום ליובאוויטשער רבי זצ”ל און האט אים געבעטן מתפלל זיין פאר איר מאן.
דער רבי האט איר געזאגט אז איר מאן וועט ווערן אויסגעהיילט און ווען ער וועט זיין געזונט זאל ער קומען צו אים.
ליפשיץ איז געזונט געווארן. ווען ער איז געקומען צום רבי’ן, האט דער רבי אים געזאגט אז ער האט געקענט זיין מאמען. זיין שווער, דער פריערדיקער רבי, מהריי”ץ זצ”ל, פלעגט פארן אויף דאטשע קיין דרוזקעניק, א באקאנטער זומער פלאץ, און איז איינגעשטאנען אין האטעל וואס האט באלאנגט צו דער מאמע פון ליפשיץ.
דער רבי האט געבעטן ליפשיץ צו לייגן תפילין יעדן טאג און ער האט צוגעזאגט דאס צו טאן.
ליפשיץ פלעג זיך דורכשרייבן מיט דעם רבי’ן און האט שטענדיק מיט זיך דעטראגן א בילד פון דעם רבי’ן מהריי”ץ זצ”ל.
ליפשיץ האט אונז ארומגעפירט אין זיים סטודיא און אונז געוויזן עטליכע פון זיינע ווערק.
געווען דארט א וואונדערבארע מנורה. דער קינסטלער האט איר געשאפן ווען די אידישע מדינה איז געבוירן געווארן און ער האט געוואלט מיט דעם אויסדריקן זיין דאנק צו השי”ת.
מיט עטליכע יאר, איידער מיר האבן זיך געטראפן מיט דעם קינסטלער, האט מען אים געבעטן מאכן א מאדאנא פאר א שטעטל אין די פראנצויזישע אלפען. ער האט אויסגעפירט די דאזיקא באשטעלונג, אבער ער האט אנגעשריבן אויף זיין ווערק: “יעקב ליפשיץ, א איד וואס איז געטריי צו דער אמונה פון זיינע אבות, האט געשאפן דאס ווערק כדי צו פארשטאקן פארשטענדעניש צווישן מענטשן אויף דער ערד…”
“ווען איך האט געשאפן דאס ווערק כדי צו פארשטארקן פארשטענדעניש צווישן מענטשן אויף דער ערד…”
“ווען איך האט געשאפן די מאדאנא האב איך געמאכט א נדר צו שאפן א ווערק לכבוד אונזער אמונה”, האט אונז ליפשיץ געזאגט. ווען מיר זיינען געווען ביי אים האט ער שוין געהאט געארבעט עטליכע יאר אויף דעם דאזיקן ווערק און האט עס נאך נישט געהאט פארענדיקט.
דער אונטערשטער טייל פון דער סקולפטור ווייזט די עקדה. א ביסל העכער זעט מען די אבות. איבער זיי שטייט משה רבנו, שטרעקענדיק אויס זיינע הענט צו דעם ברענענדיקן דארן, וואס זיין אייבעקער פייער ווערט געשפייזט פון די שני לוחות הברית.
“דאס ווערק דארף פארשטעלן די דינאמישקייט פון דער אידישער אמונה”, האט ליפשיץ געזאגט.
“וואס איז דער נאמען פון דעם ווערק?” האבן מיר אים געפרעגט.
“אונזער עץ החיים”, האט ער געענטפערט און זיינע אויגן האבן געשטראלט מיט גליק און שטאלץ.
ג.
זשאק ליפשיץ איז נפטר געווארן מיט זיבן און צוואנציק יאר צוריק אין איטאליע. ער איז געקומען צו קבר ישראל אין אונזער לאנד. אנשי חב”ד האבן זיך מטפל געווען מיט ברענגען זיין קערפער קיין ארץ ישראל און אים באערדיקט דארט.
אלגעמיינער זשורנאל
June 2, 2000