חשובער רעדאקטאר:
איך האב געלייענט מיט גרויס אינטערעס דעם בריוו אין “אלגעמיינעם זשורנאל” פון אדוואקאט יוסף גריליכעס, “הרב אבראמסקי און ביאליק”, וואס איז געווען געדרוקט אין אייער צייטונג פרייטיק, דעם דריטן יאנואר. ליידער איז מיר נישט אויסגעקומען צו לייענען די אנדערע בריוו וועגן דעם עניין.
איך האב געהאט די זכיה צו זיין נאענט צו הרב הגאון ר’ יחזקאל אבראמסקי זצ”ל, עטלעכע יאר בין איך געווען זיין גאסט שבת און יום טוב אין זיין היים אין לאנדאן.
ווי באוואוסט, האט חיים נחמן ביאליק געשריבן א פירוש אויף משניות סדר זרעים. הרב אבראמסקי פלעגט זאגן וועגן דעם פירוש, אז עס זיינען אין אים פאראן נאר איינס צי צוויי טעותים.
אין יאר תרפ”ח האט חיים נחמן ביאליק געשריבן א בריוו צו הרב אבראמסקי זצ”ל, וועלכער איז דאן געווען דער רב אין שטעטל סלוצק אין רוסלאנד, דאנקענדיק אים פאר שיקן אים זיין ספר “חזון יחזקאל אויף תוספתא סדר זרעים”, וואס איז דערשינען אין דרוק אין ווילנע, אין יאר תרפ”ה.
ווי אייער שרייבער לייזער מישולבין שילדערט איז זיין אריניועלן ארטיקל וועגן הרב אבראמסקי און חיים נחמן ביאליק, האט ביאליק געשריבן גאר א הארציקן בריוו צו הרב אבראמסקי.
ביאליק שרייבט, אז ער האט זיך געפרייט ווען ער האט געזען אז דער אויבערשטער האט אין אונזערע טעג געשיקט אן אויסלייזער פאר דער הייליקער ירושה וואס איז געווען פארלאזט לענגע יארן. “דו האסט געהאט די גרויסע זכיה. פון הימל האט מען דיך מזכה געווען זיך אפצוגעבן מיט דער תוספתא, איר מפרש און מסביר זיין. זאל השם-יתברך שטארקן דיינע הענט צו פארענדיקן אין שלום און מיט הצלחמה וואס דו האסט אנגעהויבן. איך ווארט מיט בענקעניש אויף דעם המשך פון דיין ארבעט”, שרייבט חיים נחמן ביאליק צו הרב אבראמסקי.
ביאליק פארענדיקט זיין בריוו מיט די ווערטער: “איך וואלט מיך שטארק געפרייט אויב דו, מיין האר, וואלסט מיר מודיע געווען אויף וואס פארא אופן איך וואלט אייך געקענט דאנקען פאר אייער טייערער מתנה”.
ביאליק’ס בריוו, וואס איז קעשריבן געווארן אין לשון הקודש, איז געדרוקט געווארן אין “אגרות חיים נחמן ביאליק” (באנד פיר, תל אביב, תרחץ”). די איבערזעצונג דא איז מיט קליינע ענדערונגען, כדי צו מאכן קלארער די עניינים.
מיט דרך ארץ פארבלייב איך אייער.
אלגעמיינער זשורנאל
January 26, 2007