ר’ ישראל סאלאנטער און דער אלמנה’ס קו

Print Friendly, PDF & Email

“כל נדרי” מעשה

גוט באקאנט איז דע מעשה מיט ר’ ישראל סאלאנטער, אז איין מאל יום כיפור ביינאכט איז ער געקומען שפעט צו “כל נדרי”. אויפ’ן וועג אין שוהל האט ער געהערט דאס געוויין פון א קליין קינד וואס איז פארבליבן אליין אינדערהיים, ווען די בני בית זיינען אוועק דאוונען. ר’ ישראל איז אריין אין הויז און האט דאס קינד אנגעפיטערט און איינגעשלעפערט.

יעקב מארק, אין זיין חיבור “גדולים פון אונזער צייט” (ניו-יארק, 1927), גיט איבער א לענגערן נוסח פון דער מעשה. לויט אים איז אין הויז פארבליבן אויך א זעקס-יאר-אלט שוועסטערל פון דעם קינד. זיי האט מורא געהאט צו זיין אליין אין הויז, און האט געבעטן ר’ ישראל איר נישט צו פארלאזן. ר’ ישראל האט געווארט אין הויז ביז די מוטער פון די קינדער האט זיך אומגעקערט פון שוהל.

יעקב מארק שרייבט, אז די דאזיקע מעשה איז נישט קיין לעגענדע, נאר א פאקט. “נאך אלס יונג קינד האב איך עס געהערט פון מיין מוטער ע”ה, וועלכע איז געווען א געבוירענע אין סאלאנט, און האט זיך געהאדעוועט צוזאמען מיט ר’ ישראל’ס קינדער”.

מרדכי ליפסאן, ווידער, שריבבט אין זיין אריינפיר צו “די וועלט דערציילט” (ניו יארק, תרפ”ח), וועגן דעם באקאנטן נוסח פון דער מעשה: “אין ליטע דערציילט מען די מעשה אויף ר’ ישראל; אין וואלין אויף ר’ לוי יצחק בארדיטשעווער, אין גאליציע אויף ר’ משה-לייב סאסאווער. צום ענין גופא האט עס אבער נישט. די שיינע הארציקע מדה, אז א קליין קינד איז בילכער וויל “כל נדרי”, ווערט דערפון נישט געמינערט א האר. אזוי פארשטייט עס דאס פאלק און אזוי דערציילט ער עס. אזוי וויל ער דערציילן וועגן זיינע פארהייליקטע און פאראייביקטע”.

דא ווילן מיר ברענגען א “כל נדרי” – מעשה פון ר’ ישראל סאלאנטער, וואס איז נישט אזוי באקאנט.

די מעשה ווערט דערציילט פון א. ש. זאקס אין זיין בוך, “חרוב’ע וועלטן” (ניו-יארק, א. ש. זאקס האט געשטאמט פון זאגער. אין דער דאזיקער ליטווישער שטעטל איז געבוירן געווארן און האט פארבראכט זיינע יונגע יארן, ר’ ישראל סאלאנטער. זאקס גיט איבער אין זיין חיבור די מעשה ווי ער האט זי געהערט פון אידן אין שטעטל.

איין מאל אין די אלול-טעג איז ר’ ישראל סאלאנטער געקומען אויף קבר אבות קייין זאגער. זיין מוטער, די אלמנה, האט אים געבעטן צו בלייבן מיט איר איבער די ימים נוראים. ר’ ישראל, וועלכער האט שטענדיק געטאן וואס זיין מוטער האט אים געהייסן, האט איינגעוויליקט צו איר בקשה. ווען מען איז פון דעם געוואויר געווארן אין שטעטל, האט דער מרא דאתרא אים געבעטן צו דרשנ’ען יום כיפור ביינאכט צו “כל נדרי” אין גרויסן בית המדרש. רבי ישראל האט אים צוגעזאגט דאס צו טאן.

יום כיפור ביינאכט איז דער גרויסער בית המדרש געווען גאפאקט. פון אלע עקן איז מען געקומען הערן ר’ ישראל’ן, וועלכער איז באקאנט געווען נישט נאר אלס א גאון אין תורה און אין מידות, נאר אויך פאר א גרויסן דרשן.

דער עולם, אנגעטאן אין קיטלען און טליתים, האט געווארט אויף ר’ ישראל. ער איז אבער נישט אנגעקומען.

די זון איז אונטערגעגאנגען, אבער ר’ ישראל איז נישטא. דער עולם איז אומרואיק, אבער מען שווייגט. יעדער האט מורא ארויסצורעדן די דאגה וואס פארקלעמט די הערצער.

דער מרא דאתרא גייט צום הויז פון ר’ ישראליס מאמע. דארט זאגט מען אים, אז ר’ ישראל איז אוועק אין שוהל מיט א שטיק צייט צוריק.

די צייט לויפט. אין אלע שוהלן און קלויזן דאוונט מען שוין מעריב. אין גרויסן בית המדרש האלט מען אין איין ווארטן.

דער מרא דאתרא, דאס פנים בלאס ווי פון א בר-מינן, ווענדעט זיך צום עולם: “נאר השם יתברך ווייסט וואס ס’האט פאסירט מיט ר’ ישראל. מיר דארפן אים גיין זוכן”.

דער עולם צעטיילט זיך און לאזט זיך ארויס איבער די גאסן און הויפן צו זען וואס ס’איז געשען מיט ר’ ישראל.

צען אזייגער ביינאכט. די מערסטע מתפללים זיינען צוריק אין בית המדרש. מען האט ר’ ישראל’ן נישט געפונען.

פלוצים עפנט זיך די טיר פון בית המדרש און איינער פון די וואס זיינען ארויס זוכן ר’ ישראל, האט אויסגעשריען מיט גרויס שמחה: “דער גאון גייט!”.

“מיר האבן אים געפונען אין גארטן פונעם גוי”, האט דער אנזאגער דערציילט. “ער האט דארט געהאלטן דער אלמנה’ס קו ביי די הערנער און איר געשלעפט פון דעם גוי’ס פלאץ”.

אויפן וועג אין בית המדרש האט ר’ ישראל דערזען די קו פון א אידישער אלמנה אין דעם גארטן פון א גוי. האט ער געטראכט, אז “צו ראטעווען דאס געלט פון אן ארימאן איז א גרעסערע מצוה ווי זאגן כל נדרי”.

“שטעלט אייך פאר” – האט ר’ ישראל געזאגט צו די וואס האבן אים געפונען – וואס עס וואלט פאסירט, ווען איך וואלט זיך געמאכט נישט וויסנדיק און די בהמה וואלט געבליבן אין גוי’ס גארטן. דער ערל וואלט איר געוויס אוועקגענומען און פארשפארט. די ארימע אלמנה, נעבעך, וואלט דאן נישט געהאט די מילך פאר אירע קונים און אירע עופה’לעך וואלטן געהונגערט. ווי מיינט איר, וואלט דאס ניחא געווען דעם רחום וחנון?”.

“פאר נישט זאגן ‘כל נדרי’ אין צייט וועט מיר השם-יתברך מוחל זיין; ער וועט אבער נישט מוחל זיין א מענטשן, וואס האט געקענט און האט נישט פארהיטן אן ארעמע אלמנה און עלנדע יתומים פון הונגער און נויט”.

אינטערעסאנט איז, אז אן ענלעכע מעשה וואס האט פאסירט יום כיפור בייטאג, דערציילט יעקב מארק אין זיין אויבן-דערמאנטן בוך “גדולים פון אונזער צייט”, וועגן ר’ יוסף זונדל סאלאנטער, דעם רבי’ן פון ר’ ישראל.

יעקב מארק שרייבט, אז ער האט געהערט די מעשה פון זיין זיידן, ר’ גרשון סאלאנטער: “אמאל, יום כיפור ביים דאוונען, האט ער, [ר’ יוסף זונדל סאלאנטער] דערזען דורכן פענצטער פון שוהל ווי א אידישע ציג איז אריינגעשפרונגען אין דעם דערבייאיקן גארטן פון א גוי. מורא האבנדיק טאמער וועט דער גוי אוועקנעמען די ציג אדער איר גאר הרג’ענען, איז ער אזוי, אנגעטאן אין טלית און קיטל, שנעל אויס פון שוהל און האט ארויסגעטריבן די ציג פון גארטן”.

אלגעמיינער זשורנאל

September 20, 1996